דף הבית >> חדשות >> כתבה באידיש על בית חב"ד הודו
 

 
כתבה על בית חב"ד הודו בניו דלהי בעיתון של סאטמר 'דער פלאם' שיוצא לאור ביידיש

 
תמליל הכתבה:
 
 
הרב רבי נחמן נחמנזאהן שליט"א,הויפט רב פון די שטאט נוי דעלהי אין אינדיע ברענגט א ווארימער

גריס פאר די חשובע ליינער פון 'דער פלאם'

ליינט איבער אידישקייט אין די שטעט אין אינדיע, נוי דעלהי,באמבעי,קאלקוטאה-דינט מען נאך עבודה זרה היינטיגע צייטן - וואס איז דער אמת מיט די שייטלעך?
"
דער פלאם'ס" אויפנאמע פאר'ן אינדיע רב

מיר שרייבעריס, אין די ביורא פון דער אידישער פלאם, האבן געהאט דעם כבוד
אויפצונעמען, דעם הויפט רב פון די שטאט נוי דעלהי' אין "אינדיע", וועלכער האט זין
אנגעשטרענגט, און ספעציעל אראפגענומען פון זיין טייערע צייט, אפצושטאטן א
 פערזענליבער באזוך אין דער קאנפרעץ צימער, וועלכער געפינט זיך אין דער נייער פראכטפולער

אפיס פון "דער אידישער פלאם", דער רב רבי נחמן שליט"א, האט א צורה פון א פארצייטישער רב, א הויכער שטערן, א שארפער בליק, און גאר א גרויסער בארד יורד על מדותיו, ער איז א פייערדיגער ליבאוויטשער חסיד, און ער רעדט גלייכצייטיג מיט א פייערדיגער ברען, אזש סאיז כולו אומר כ בוד.

און דא גיבן מיר גלייך איבער דאס ווארט

פאר'ן רב רבי נחמן שליט"א, פון וומענס מויל עס הויבט זיך אן גיסן אינטערעסאנטע ענינים

ועובדות, און חסידישע שמועסן און  געדאנקען,פאר די קומענדיגע כמעט צווי שעה, ווי פאלגענד:

דער אנהויב פון דעם רב שליט"אס מיסיע,אין דעם יאהר תשנ"ה האב איך אנגעהויבן מיין מיסיע, אפרייזענדיג פון 'נוי יארק קיין באנגקוק, די הויפט שטאט אין טיילאנד', וועלכע געפינט זיך ארגינעל פיר שעה פין אינדיע, דארט האב איך ארויס געהאלפן פאר דעם חב"ד רב, וועלכע איז שוין געווען דארט פון פריער, זייןנאמען איז הרב כאנטאר שליט"א  אין אלע אידישקייט אנגעלעגהייטן
"
איינמאל איז דארט אהין געקומען קיין באנגקוק, א חבר מיינער, מיט וועמען איך האב געלערנט, נאך אין די ישיבה אין נוי דזשערסי, ער האט מיר געזאגט, אז, אזוי ווי עס קומט אים צומאל אויס צו וויילן אין דעם לאנד אינדיע', האלט ער, עס וואלט געווען ראטזאם, אז איך זאל אהין גיין, אויפטוהן פאר אידישקייט אין דעם אפגעפרעמד לאנד, אווי עס בלאנדשען אהין טויזענטער אידישע נשמות, און עס איז נישט פארהאן דארט קיין בית המדרש, אדער סיי וואספארא אידישער אנשטאלט, ווי א איד זאל קענען אריינגיין זאגן א אידיש ווארט ."
"
האב איך אים געענטפערט, אז ווען עס וועלן זין ענדיגן מיינע דריי חדשים, פון מיין מיסיע דא אין טיילאנד, וועל איך אי"ה קענען אהין פארן קיין אינדיע, צו זעהן וואס דארט גייט פאר. ווען עס האבן זין געענדיגט די דריי חדשים, בין איך טאקע אהין געפארן, איך בין דאן געווען איינער אליינס, איין חרדישער איד, צווישן טויזענטער נידריגע אינגען, און מיליאנען מענטשן וועלכע דינען צו עבודה זרה'ס, עס איז דאן געווען נאן פורים תשנ"ה, איך האב מיר באזעצט אין די שטאט נוי דעלהיי, ווי עס איז פארהאן א געגנט וועלכע רופט זיך מעין באזאר', וואס דארט איז דער הויפט צענטער, ווי אלע אידישע אינגען וועלכע קומען קיין אינדיע, שטייען איין אין די דארטיגע האטעלן ."

דאס לאנד אינדיע און איר לעבנ'ס שטייגער
"
די שטאט ניו דעלהיי, איז דער הויפט שטאט פון אינדיע, דארט געפינען זין אלע קאנסולאטן און דיפלאמאטן פון די גאנצע לאנד, אין אלגעמיין, זענען דל גאסן אין זייער א נאכגעלאזטער מצב, זיי זענען זייער שמוציג און פארמאגן א שווערע גערוך, פון די פארשידענע בעלי חי וועלכע רייזן דארט ארום אין די גאסן, ווי די גרויסע עלעפאנטן, מיט די דאנקיס, אנמאכענדיג א א שווערער אומדערטרעגליכער
שמוץ·"
"
דאס לאנד אינדיע בכלל, איז שטארק צוריק געשטאנען, מען לעבט ווי פאר טויזענט יאהר צוריק, אפילו די עלעקטעריק איז אויף גאר א שוואכער מצב, איבעראל ווי מען גייט און מען שטייט, זעהט מען אראפ געפאלענע עלעקטערישע שטאנגען, אפילו אין די שטאטישע זאנעס, און אין די קאפיטאלן, איז קוים פארהאן עלעקטעריק, יעדע שעה איז פארהאן ערגעץ אנדערש א בלעקאוט, ווען דער עלעקטער פלאצט אויף עטליכע שעה, יעדער האט טאקע פאר דעם צוועק פריוואטע דשענערעיטאריס, אבער דאן איז א פחד צו גיין אולף דער גאס, די דשענערעיטאריס מאכן שרעקליכע קולות, און לאזן ארויס שארפע גאזאלינישע גערוכן, און די גאנצע שטאט זעהט דאן אויס, ווי איין גרויסער חורבן·"
"מענטשן שלאפן אויף די גאסן, טייל ארימע מענטשן, בויען זייערע הייזער, פון שמוץ און אפפאל פון די בהמות אא"וו, אין אנדערע ווערטער, מען לעבט אויף זייער נידריגע סדאנטארטן, בהמות און חיות ווערן פארוואנדעלט פארן באנוץ צום מענטשליכן געברויך, אוממערסטנס ווערט דער ריזלגער

מאנסטער באשעפעניש דער עלעפאנט גענוצט, הויפטזעכליך דינט ער די פליכטן פון א טראק, ער שלעפט און טראגט שווערע לאסט, און פאר טוריסטן דינט דער עלעפאנט אלס א פשוטער לוקסוסערע טעקסי"

"פון די אנדערע זייט אבער, איז דארט כמעט נישט פארהאן קיין גניבות, אדער פארברעכן, ווי שפעטער דערמאנט."

פארוואס גייען די חברה אינגען קיין אינדיע ?

"קודם כל איז כדאי צו וויסן, אז עס קומען אן קיין אינדיע, הונדערטער חרדישע אידןוועלכע קומען אהין פאר ביזנעס צוועקן, אבער רוב יוגענטליכע וועלכע קומען אהין, זענען טאקע פארבלאנדעשטע נשמות, וועלכע גווען זוכן גליקן ביי די צוריק-געשטאנענע אינדיאנער, א גרויס

חלק פוז זיי, קומעז אהין, פשוט ווייל זיי ווילן אנטלויפן פון ארץ ישראל, ווי זיי האבן א גרויס דרוק פון דינען אין די מיליטער, דעריבער אנטלויפן זיי קיין אינדיע, ווי דאט לעבז איז פאר זיי זייער לייכט אנע דרוק אדער פרעשער, א גרויט פראצענט פון די אינגען, קומען אויך אהין קיין אינדיע, הנאה צו האבן פון די פארשידענע דראגט ל"ע, ווי מאריכוואנא, וועלכע וואקסן איז די אינדיאנישע וועלדער, אוז דארט איז דאט נישט קיין פארברעך צו נעמען.

"דערנאך איז ליידער אויך פארהאן אזעלכע, גאר שוואכע אידן, וועלכע קומען אהין מיטן צוועק זיך אויטצולערנען פארשידענע חכמות, וועלכע זענען פארהאן אין אינדיע, טייל פוז די חכמות .זענען פארבינדן מיט כישוף רח"ל, זיי האלטן אז דאס איז נישט קיין כישוף, אבער איז פאקט איז דאט יא פארבינדן מיט כישוף, זיי הויבן אן צו לערנען די חכמות, וועלכע שטאמט פוז די בודיסטן, דורך שווייגן פאר צעהן טאג איז איין צו ... , ווען זיי רעדן נישט ארויט קיין ווארט, אא"וו, זייערע צעדרייטע ענינים וועלכע זענען ניטמאמאל אינטערעסאנט דא אראפצוברענגען , געווענליך קומען די אינגען, מערסטנסטייל אויף איין יאהר, ווייל דערנאך לויפט אפ זייער וויזע, ווען זיי דארפן שוין צוריק ארויס פארן פון אינדיע, אבער א גרויס חלק פון זיי, פארן שוין אהיימם פריער פון א יאהר, אלס פולקאמע בעלי תשובות, און ווי אויך, ווייל ביי די איין און צוואנציג, ענדיגט זיך שוין דער מיליטער דרעפט איז ארץ ישראל, ווען מען ווערט פטור פוז צו דינען אין מיליטער ."

אנהויבנדיג צו בויען אידישקייט אין אינדיע

 ארויסדינגענ'דיג א צימער פאר מיר, האב איך גלייך געפרעגט דעם בעל הבית פון דעם
האטעל, אויב עס איז פארהאן אן ארט ווי מען קען צורישן א שוהל, ער האט מיר פאר דעם צוועק פארדינגען נאך א צימער, ווי איך האב צעזאם געקלאפט עטליכע ברעטער, פאר אן ארון קודש, איך האב געמאכט א מחיצה, [ועלכע זאל דינען אלס ווייבער שוהל, פארשאפט עטליכע בענק און טישן, און, עס איז געווארן א בית המדרש, געווען איז דאס, נאך פורים ,תשנ"ה."

"מיין ערשטער דערפאלגרייכער שריט אין אינדיע, איז געווען, אראנדשירנ'דיג א גרויסער 'סדר טיש' אויף פסח ביינאכט, אגנעהויבן די ארבייט, האב איך נאך עטליכע וואכן בעפאר פסח, ווען איך האב דאס מפרסם געווען אין די גאנצע שטאט, וועלכען איד איך האב געפינען דארט, האב איך איינגעלאדענט צום סדר,איך האב באשטעלט די פראדוקטן, ווי מצות און וויין,פון ארץ ישראל, און, אזוי ווי מען קען דאך נישט אריינפאלן אין דעם פסח איננאנצן אומוויסענד, האב איך גלייכצייטיג אנגעהויבן פארלערנען שיעורים, לערנענדיג די וויכטיגע הלכות פון פסח, און די עיקרי ענינים, וועלכע א איד דארף צו וויסן, און, ווען עס איז אנגעקומען פסח אויף דער נאכט, האב איך געשטראלט, זעהנדיג אז ביי דעם ערשטע סדר, האבן זיך שוין באטייליגט "פיר הונדערט" אידן ... "

"דער 'סדר' איז דאן נעווען, א ריכטיגער זכר ליציאת מצרים, ווי גלייך מיר זענען אריינגעפאלן אין א מדבר, ווי עט איז נישט געווען דארט קיין זכר פון אידישקייט, אבער אין דעה טונקעלער וויסטעניש, האט געשיינט א לעכטיגער פלאם, וועלכע האט צום עדשטן מאל איז הונדערטער יאהרן, אויפגעפלאמט אידישע הערצער אין אינדיע, צו זייער פאטער אין הימל, און, פאר מאנכע פון זיי איז דאס געווען זייער איינציגסטער סדר כהלכתו, אין זייער גאנץ לעבן ... ,יא, ליידער איז ארץ ישראל פראווען זיי נישט קיין סדר, אבער קומענדיג דארט צו דעם טיפן אפגערונדט, אין די טומאה פון אינדיע, האלטן זיי מיט א כשרע סדר."

"כאטש עס איז 'מיר געווען א גרויסער שאק, אז אזויפיל אינגען זאלן קומען זיך באטייליגן ביים ערשטן סדר, האט דער באגייטסערונג גאר שנעל אויסגעוועפט, און, היינט צוטאגס האבן מיר טויזענטער' אידן ביים סדר יעדעס יאהר, אלע קומען צום סדר, פארשטייט זיך, אז מען דארף זיי לאזט וויסן, אז זיי טאר'ן נישט מיט ברענגען קיין קעמעראס ... , אבער נאכן סדר, זענען פארהאן

פרישע צענדליגער בעלי תשובה."

מיי פארשטארקן אונזער באזע אין אינדיע

"זייענדיג גאר אפטימיסטיש, אז עס איז פארהאן וואס אויפצוטוהן אין אינדיע, בין איך נאך פסח צוריק אהיים געפלויגן קיין נוי יארק, ווי איך האב איבער געגעבן אן רעפאראט, פאר די ליבאוויטשע הויפט קןוארטיר, איבער וואס איך האב שוין אויפגעטוהן, און וואט מען קען נאך אויפטוהן, און מען האט טאקע באשטימט נאך צוויי בחורים, וןעלכע זאלן אהין קומען יעדע עטליכע חדשים, און מיר ארויסהעלפןאין די הייליגע ארבייט."

"מיר זענען צוריק געפארן קיין אינדיע, עקוויפטעד' מיט אלע אידישקייט צוגעהערן, מיטברענגענדיג א ספר תורה, און ספרים, תפלין און מזוזות, איי איז דאס געווען א שווערע פעקל ... , אין אלגעמיין, מעג יעדער פאסאדשיד, פארענדיג אויף אן עראפלאן, מיטנעמען מיט זיך זעכציג קילא, אבער איך האב דאן מיטגענומען דריי הונדערט קילא', אבער איך האב מיר אן עצה געגעבן דערמיט, ווען איך האב געבעטן מיינס א חבר, וועלכער איז דער רב אין דעם בית חב"ד, וועלכער געפינט זיך אין דעם בן גריון לופטפעלד אין ארץ ישראל, און ער האט מיר געהאלפן ארויף שמוגלען די קאסטענעס אויפן פליגער ... "

צוריק  קומענדיג קיין אינדיע, האבן מיר אויטגעברייטערט אונזערע אקטיוויטעטן, און בעזרת השי"ת האבן מיר שוין גלייך אנגעהויבן זעהן גרויס הצלחה, איך קען זאגן בפה מלא, אז יעדע וואך זינט דאן, האבן מיר געמאכט כאטש איינעם פאר א אמת'דיגער בעל תשובה ... , און צומאל זענען פון זיי געווארן פרומע 'ישיבה בחורים', די אינגען וועלכע קומען על פי רוב פון ארץ ישראל, ווי זיי האבן דארט נישט קיין שייכות צו א חרדיש'ער געזעהלשאפט, מיינענדיג, אז א פרומער איד הייסט איינער וועלכער שלעפט געלט פון די מדינה ... , אוז ווען זיי קומען אהין קיין אינדיע, טאקע מיט בייזע כוונות, האבן זיי די מעגליכקייט, כאטש צו הערן וואס עס מיינט א אמת'ער ערליכער איד, און ביי אסאך פון זיי העלפט דאט, און זיי קערן זיך צוריק צו אידישקייט." אונזער בית המדרש,וןעלכע שטעלט גלייכצייטיג אויך צו, אלע  אידישקייט סערוויסעס, איז אפען א גאנץ יאהר אנע אפשטעל, בעיקר קומט מען זיך צוזאם פרייטאג צו נאכטס, ווען אונזער מנין דערגרייכט איבער א 'הונדערט מענטשן', און, פאר קבלת שבת, גיב איך פאר זיי א שיעור אין די פרשת השבוע, יעדע וואך רעדט איך מער ווייניגער די זעלבע, 'דער חילוק וואס אידן זענען אנדערש פון די אנדערע פעלקער i אא"וו, און איך זעה בחוש, ווי מיינע

ווערטער גייען אריין אין זייערע הערצער ."

"און עס מוז באטאנט ווערן, אז עס איז נישט זייער שווער, צו פאנגען זייערע הערצער, מען.דארףj נאר ארויס לייגן א צעטל פון די זמנים, און די חברה קומען פון זיך אליינס צו גיין, בפרט שבת קודש וועלכע זיי היטן על פי רוב, און זיי קןמען אין די מאסן אין בית המדרש, און דאס איז, ווייל זייענדיג אזוי פארזינקען אין די טומאה,ציעט די נשמה צו אביסל ליכטיגקייט, און קומענדיג אין בית המדרש, ווערט פאר זיי צוגעשטעלט רייכע פראגראמען, און געשמאקע דרשות אין אידישקייט, זיי זאלן איינזעהן, אז דאס אידישע לעבנ'ס שטייגער איז נאך אזוי גוט און רייך, ווי להבדיל זי פארשידענע צעדרייטע עבודהזרה'ס ."

"ווי פריער דערמאנט, איז פארהאן א גרויס פראצענט, וועלכע פארן צוריק קיין ארץ ישראל אלס בעלי תשובה, למחצה לשליש ולרביע, און ווי עס פארשטייט זיך אליינס, אויב מען וועט זיי נישט 'מענטעינען', וועלן זיי נישט וואקסן, דעריבער, פאר דעם צוועק, פאהר איך עטליכע מאל א יאהר קיין ארץ ישראל, ווי איך האלט אן פאךבינדוגען מיט די חברה, איך נעם זיי צוזאם,איך פראווע פאר זיי מסיבות התחזקות,און דערנאך שטעל איך אריין א גרוס חלק פון זיי אין ישיבות  און איך גיב זיי אנווייזונגען ווי אזוי זיי זאלן זיך ווייטער פירן, ביז זיי ווערן פולשטענדיג אידן . "

דעם רבס לעבן אין אינדיע

דא אגטפלעקט רבי מנחם שליט"א, אביסל פון זיין העראישע מטירת נפש, ווי פאלגענד:
, "די אלע חדשים זינט מיר זענען אנגעקומען קיין אינדיע, זענען מיר געווען וועדשטעריען'ס ... , עסענדיג נאר פרוכט גרינצייג, קיין כשר פלייש און מילך, אין אינדיע נישט געווען צו באקומען, אפילו פאר גרויס געלט, וואס מיר האבן געקענט האבן אליינס געקאכט, אויך האב איך געבעטן איינע פון די ארץ ישראל'דיגע אינגען, וועל האבן פארמאגט א בעקעריי דארט אין נוי דעלהי  און מיר האבן גע'כשר'ט די גאנצע בעקעריי,
איך האב געגעבן דערויף מיין הכשר, דארט האבן מיר פריוואט געבאקן אונזערע בעקעריי געברויכן ווי ברויט און חלות אויף שבת."

"איך וועל מיך נישט אפרעדן, אבער דאס לעבן איז אונז נישט גרינג דארט, מיר לעבן דארט
ארונטער קנאפ שווערע תנאים, ווי פריער  דערמאנט, זענען זי גאסן זייער שמוציג מיט שווערע גערוך, אבער ווען מען קומט דערנאך אריין אין דעם בית המדרש, וועלכע איז ציכטיג און זויבער, לעכטיג שיין, עס ארבייט א פיינער עיר קאנדישאן, פיהלן מיר, ווי מיר זענען גאר א'אן אנדער פלאנעט, אין נוי יארק אדער גאר אין בני ברק, און עס איז פשוט אנגענעם דארט זיצן, און זיך צוהערן צו א שיעור אין אידישקייט אדער אין תניא ... "

"און עס איז כדאי צו באטאנען, פון אידישן שטאנדפונקט, אז אין אינדיע איז גראדע נישט אזוי שווער צו פירן א אידיש לעבן, אויב עס זאל זיך מאכן דארט א אידישער קהילה .. קיין פריצות איז נישט פארהאן דארט אין אינדיע די פרויען גייען אנגעטוהן מיט זי גרעסטע מאס צניעות, קיין ספארט'ס איז אויך נישט פארהאן קאמפיוטער'ט און אנדערע עלעקטעראניש מאשינען, זענען כמעט נישט פארהאן, עס איז צוריק געשטאנען לאנד, און אויפצושטעלן אידישע שטוב איז דאס גוט געאייגענט, און נאך מער פון דעם, ווייל זייענדיג דארט אין אן נידריג לאנד, ווערט מען גאר מחוזק אין אידישקייט ווי שפעטער דערמאנט .

די חברה וועלכע קומען אריין צו אייך אין בית המדרש  גייען נאך נאכדעם צוריק צו די עבודה זרה?

"איך קען נישט זאגן אויף הונדערט פראצענט, אבער איך קען יא זאגן, אז א גוט 'זיבעציג פראצענט', וועלכע קומען נאר איינמאל אריין מיטהאלטן א שבת, ביי אונז אין בית המדרש, וועלן קלאהר שוין נישט צוריק גיין צו פארשידענע עבודה זרה'ס, א גרויסער פראצענט פון די חברה, וועלן כאפן דעם נעקסטן פליגער און אהיים פליען צוריק קיין ארץ ישראל, אפילו די וועלכע פארבלייבן יא דארט, טוישן זיך אינגאנצן זייער שכל, און נאך עטליכע מאל וועקן זיי זיך אויף, און הויבן אן איינצוזעהן דא ריכטיגע."

"איך ווייס פון צענזליגער און צענזליגער  אידישע נשמות, וועלכע זענען נעבעך געווען פארזינקען אין די נידריגסטע טומאות, און נאכן  אריינקומען צו אונז אין ביהמ"ד עטליבע מאל . זענען זיי געווארן נישט נאר בעלי תשובה, פרומע ערליבע אידן, זיי גייען היינט צו ט מיטן חרדי'שן לבוש, און זיי האבן אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער נאמנים לה' ולתורתו, איך רעדט שוין נישט פון די 'הונדערטער' אידן, וועלכע ווערן פיינע ערליכע ברסלב'ער, אדער סתם ספרדי'שע און ליבאוויטשער אידן."

"ווען איך גיי באזוכן קיין ארץ ישראל, אין צפת אדער סיי ווי, ווער איר באלאגערט פון אידן,
וועלכע זאגן מיר: 'איך קען אייך'. פון ווי קענט איר מיר?, פרעג איך זיי, זאגן זיי: 'איך געדענק אייך פון אינדיע ... ' אא"וו, און ב"ה, איך האב שטארק הנאה צו זעהן, אז עס זענען פארהאן אזויפיל אידן, אפילו די, וועלכע איך האב נישט געהאט מיט זיי קיין קשר, און איך האב מיך נישט גערישט, אז זיי זאלן נאר אמאל זיין ערליכע אידן, אבער זעהט אויס, אז די דרשות און די מוסר שמועסן, וועלכע איך האב געהאלטן אין איין זאגן און דרש'ענען, זענען נישט געגאנגען לאיבוד, און יאהרן שפעטער, קומט עס זיי ארויף אויפן געדאנק, פון וועלכע זיי ווערן נתעורר צו תשובה."

"עס איז איראניש, אז דוקא דארט אין אינדיע, איז דער גרינגסטע ארט אין די וועלט, צו מאכן בעלי תשובות, ווייל די וועלכע קומען אהין, קומ ן דארט ווייל זיי זוכן עפעס, נאר זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי זוכן, און ווען זיי זענען שוין דארט, זעהן זיי איין, ווי נאריש און ווי פאלש די אלע גלויבנ'ס זענען, און דאן, קען מען זיי גאנץ לייכט צוריק דרייען צו אידישקייט, דורך אויפווייזן די אמת'דיגקייט פון אידיש'ן פאלק."

צוריק געקערט א אידישע נשמה אויפן פליגער ...

"געווען איז דאס פסח, אין יאהר תשנ"ח, ווען איך האב באמערקט, אז איינער פון די ארץ
ישראל'דיגע אינגען, זענען נישט אריינגגעקומען צום 'סדר, איר האב אים גראדע געטראפן פאר פסח און אים איינגעלאדענט צו די סדרים, אבער ער איז נישט געקומען, עטליכע וואכן דערנאר. איז מיר אויסגעקומען צו זיין אינאיינעם מיט אים, אויפן פליגער קיין ארץ ישראל, און דאן האט ער זיך פאר מיר געעפענט, אז ער קומט פון א פרייע שטוב אין ארץ ישראל, אבער זיין הארץ לעכצעט עפעס העכער'ס, און ער האט געבעטן, איך  ...זאל אים אויפווייזן מיט אן הוכחה דיאמת'דיגקייט פון די תורה."

"האב איר אים גלייך געענטפערט  ווי עס שטייט אין די תורה און אין חז"ל, אז אלע בהמות און חיות איבער די וועלט, האבן אדער צוייי סימני טהרה, ד"מ זיי זענען שוסעת שסע מפריס פרסה און מעלי גרה, אדער איז פאראן וועלכע האבן קיין איינס נישט פון די ס מני טהרה, אויסער פיר בעלי חי, גמל שפן ארנב און חזיר, וועלכע פארמאגן נאר איינע פון די סימני טהרה, האב איך אים געזאגט, אז די פראפעסארן איבער די וועלט, וועלכע האבן חוקר געווען אין דעם ענין, זענען טאקע אויך געקומען צו דעם אויספיר, אז עס זענען נאר פארהאן די פיר בעלי חי, און נישט מער, כאטש וואס משה רבינו איז נישט ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט, נאכצוזוכן די פאקטארן, פון דעסטוועגן האט ער דאס געוואוסט פון די חכמת התורה ... , דער יונג האט אריינגעטראכט אין מיינע ווערטער, אבער האט גארנישט געענטפערט."

"עטליכע חדשים דערנאר. ווען איך בין נאכאמאל געווען אין ארץ ישראל, האב איך
געקלינגען דעם יונג אויפן טעלעפאן, און, זיין מאמע וועלכע האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן, האט געפרעגט: ווער רעדט דא, האב איר געענטפערט: דאס איז נחמן, דער רב פון אינדיע, האט זי גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן אויף מיר ... , איך האב צוריק גערופן, אוו געזאגט, אז איך וויל נאר לאזן גריסן אייער זון ."

"עטליכע מינוט שפעטער האט ער טאקע צוריק גערופן, אוו מיר געזאגט: דאגה נישט!, די מאמע האט זיך אויפגערעגט, ווייל דורך דיר - בין איך געווארן א בעל תשובה ... , און ער האט דאן פארציילט, אז צוריק קומענדיג קיין ארץ ישראל, איז ער אריין לערנען אין א פארש שולע, ווי ער האט צווישן אנדערע, אויך חוקר געווען די פריערדערמאנטע זאר, און ער האט טאקע אויך איינגעזהן, אז די רייד פון חז"ל זענען הונדערט פראצענט, און ער איז דאן געוארן א פולשטענדיגער בעל תשובה  ... "

"האב איך אים דאן פארגעשלאגן, אפשר זאל ער גיין לערנען אין א ישיבה ... , איך האב אים טאקע אריינגעשטעלט אין א ישיבה, ער האט דערנאר חתונה געהאט, און ער פירט היינט א ערליכע אידישע שטוב, שבת גייט ער אפילו אנגעטןהן מיט א קאפאטע ... , און נישט נאר דאס, נאר אויך זיינע עלטערן זענען נתקרב געווארן צו אידישקייט א דאנק אים."

דינען נאך מענטשן צו עבודה זרה אין היינטיגע צייטן?

יא!, אינדיע איז פון די איינציגסטע ערטער אויף די וועלט, ווי מענטשן דינען ליידער עבודה זרה, אלע איינוואוינער אין אינדיע האבן פארנט פון זייער הויז א פסל, א געטשקע, פאר וועלכען זיי געבן יעדן טאג צו עסן ... , און ווי פארשטענדליך בלייבט דאס עסן אומבארירט ... , "אא"וו

"די אינדיאנער זענען אזוי נאריש און צעדרייט אין זייער גלויבן, אז עס שטעלט זיך נישט אפ ביי שטיינער און קלעצער, נאר סיי וואספארא זאך עס ציעט אביסל אויפמערקזאמקייט, ווערט גלייך אן עבודה זרה, צצב"ש, אויב זעהט אייינער א שיינער קאך, א שיינער בוים, א שיינער עלעפאנט, אדער סיי וואס, פאלט מען גלייר אויף דער ערד און מען בוקט זיר. זיי זעהן געלט, ביקן זיי זיך און זיי קישן דאס, דאס איז אזוי, ווייל זיי זענען אזוי נידריג, פארזינקען אין די טומאות, אז ווען זיי זעהן א זאך וועלכע איז נאר אביסל חשוב, ווערט דאס אן עבודה זרה, ווען איך קום אין אן אנדערע געגענט, זעה איך ווי מען בוקט זיך, און מען קישט מיר ... "

"אלע אינדיאנער האבן טויזענטער עבודה זרהיס וועלכער זיי דינען, און ווי אזוי מען דינט דאס, און גואס דער עבודה זרה האט ליעב ... , זיי ווייסן אליינס נישט וואס זיי טוען, זיי טוען לפנים משורת הדין.. , וועלנדיג יוצא זיין אלע שיטות ... , דעריבער טוען זיי וואס עס לאזט זין, און ביקן זיך צו וואס עס לאזט זין, און עס איז איבריג צו זאגן אז זיי זענען גוט צעדרייט ... "

וואס איז געווען דער אמת ביי די שייטלעך'?

"דעריבער, וואס מיר האבן פריער דערמאנט, אז עס זענען פארהאן טויזענטער מיני עבודה זרה,
דעריבער קען מען נישט וויסן אויף הונדערט פראצענט, וואס עס גייט פאר ביי די האר מיט וועלכע מען פאבריצירט די שייטלען, ווייל עס קען שטענדיג זיין אז איינער פון זייערע פראפעסארן, זאל אויפקומען מיט א טעאריע, אז דער עבודה זרה האט ליעב האר, ווערט דאס גלייך אן עבודה זרה, אוו אפילו עס זאלן זיין אנדערע וועלכע זאגן אז עס איז נישט עבודה זרה, קען אבער גרינג זיין, אז ביי אנדערע איז דאס יא
אן עבודה זרה, ווייל זייער עבודה זרה גלייכט יא האר ... , און אפילו אויב מען איז זיכער,
האר האט מען זיך נישט געביקט, קען אבער זיין אנדערע  וועלכע מען האט זיך יא געביקט, ווייל יעדען זאן, צו וועלכע זיי האבן רעספעקט, ווערט דאס פארוואנדעלט אין א עבודה זרה."
"אבער איין זאך איז קלאהר ווי דער טאג, וואס איך וייס פאר זיכער אנע צווייפלען, עס זענען פאר ,אן ערטער ווי מען ביקט זיך צו די האר, האלטנדיג אז דאס איז אן עבודה זרה פאר זיך, ווייל ןדאס איז חשוב, און עס איז פארהאן ערטער, ווי מען איז דאס מקריב פאר די עבודה זרה, ווייל זיי האלטן אז די עבודה זרה גלייכט דאס, און דאן ביקט מען זיך אויך דערצו, און איך בין זיכער, אז די רבנים וועלכע וואלטן אליינ'ס אראפ געפארן, און געזעהן פון דער נאהנט וואס דארט טוט זין, וואלט יעדער איינער דאס ווען
גע'אסר'ט."
עס איז פארהאן ערטער אין אינדיע, ווי מען שחט קרבנ,ות פאר די עבודה זרה, ווי למשל אין די שטאט 'קאלקוטאה, ווי דער סדר איז אז מען שחט בהמות פאר די עבודה זרה, און דערנאך לייגט מען דעם מעסער אויך נעבן דעם מענטש, און מען זאגט א נוסח פון זה חליפתי זה כפרתי ...
די אינדאנישע חכמות און כישוף
"די אינדיאנער פארמאגן אסאך חכמות, וועלכע שטאמען קלאהר פון די טומאה, און עס איז זיכער,אז די חכמות זענען נישט קיין אמת'דיגע, עס איז נאר אן אחיזת עינים, א אויגן פארבלענדעניש, וועלכע זעהן אויס ווי זיי זענען גרויסע חכמות, און, דערפאר רעספעקטירן זיי זייער שטארק די אידן, ווייל זיי ווייסן אלייניס, די קליפה ווייסט, אז "אין חכמה כחכמת התורה", אז אין די תורה איז פארהאן אמת'ע חכמות, און אלע זייערע חכמות זענען גארנישט מיט נישט ."
"און מען קען דאס זעהן אויך בחוש ובמציאות, אזוי ווי יתרו, וועלכער האט שטודירט
. אלע עבודה זרה אין די וועלט, און דערנאך האט ער איינגעזעהן: "כי עתה ידעתי כי גדול הווי, אזוי
אויך בין איך אין אן ענליכע בחינה, דרייענדיג זיך דארט אין אינדיע, איך גיי ח"ו נישט צו דיערטער,אבער זייענדיג דארט פון דער נאנט, און הערענדיג פון די צענדליגער פארבלאנדשעטע נשמות, איבער די הונדעטרע און טויזענעטער מיני עבודה זרה'ס, קען איך זאגן בפה מלא, "כי עתה ידעתי כי גדול ה'", אז די תורה איז דאס ריכטיגיסטע, און אלעס איז טאקע איין גרויטער גארנישט."
"און דעריבער, דוקא דארט אין אינדיע, קען מען שטארק נתקרב ווערן צו די תורה, אריינקומעבדיגצווישן די קליפות און זעהנדיג ווי נידריג נאריש און ווי נישט זיי זענען, ברענגט דאס גאר ארויס אן אומגעהויערע אהבת השי"ת, דאנקענדיג דעם באשעפער אז מען באלאנגט צו דעם אידישן פאלק, און מען האט נישט קיין שייכות ח'~ צו די אלע עבודה זרה."
"דער שקר פון די עבודה זרה קומט דארט ארויס אויפן גרעסטן פארנעם, מען זעהט בחוש אז עס איז גארנישט, ווייל איינער וועלכע קען אין איין טאג האבן דריי עבודה זרה, א קאר, א עלעפאנט, און א טוריטט, זעהט מען דאך גלייך
אז דאט האט נישט אין זיך קיין שום אמתדיגקייט ."און וואס טראכטן זיי? זענען זיי נארישע מענטשן?
"קודם כל, יא! זיי זענען נאריש, און נאך ווי באריש, און צווייטנס, זיי טראכטן נישט, זייער
עיקר נאריש'ער גלויבן איז געבויעט. אויף נישט טראכטן ; .. , און מען טאר גארנישט טוישן ... , אלעס דארף בלייבן ווי אזוי עס איז, צב"ש, אויב איז איינער אן ארימאן, האלטן זיי אז עס קומט אזוי, ער דארף שוין פארבלייבן אן ארימאן, קיינער טאר אים נישט העלפן, און, די פארשידענע ארגענעזאציעס דא אין אמעריקא, וועלכע שיקן גרויס געלט קיין אינדיע, ווייטן נישט אז דאס געלט בלייבט ביי די מענטשן אין קעשענע, ווייל די ארימע טאר מען דאך נישט העלפן."
"דאס איז דער קולטור פון די אינדיאנער, אז אלעס מוז, און דארף בלייבן ווי אזוי עס איז ... , און דאס איז דער הויפט סיבה, פארוואס אינדיע איז געבליבן א לאנד פון די דריטע וועלט, ווי מען לעבט דארט אזוי ווי מען האט געלעבט פאר צוו" טויזענט יאהר צוריק, ווייל מען טאר גארנישט טוישן, און, אין אמת'ן אריין, איז דאס טאקע א מחשבת עבודה זרה, אז אלעס דארף בלייבן, דער מענטש איז רייך, ווייל ער איז געבוירן רייך, דער איז אן ארימאן ווייל ער איז געבוירן אזוי, און אזוי מוז דאס פאר בלייבן אויף שטענדיג, מען טאר נישט מאכן א ברית פאר א קינד ווייל אזוי איז ע געבויערן און אזוי מוז ער פארבלייבן אא"וו
"פון די אנדערע זייט אבער, איז דארט כמעט נישט פארהאן קיין גניבות, אדער פארברעכן, ווייל זיי אליינס גלויבן אזוי, אפילו דער ארימאן גלויב אז ער דארף זיין ארים, און אויב ער האט ניש צו עסן, טאר ער נישט האבן, דעריבער וועט ע נישט גנב'ענען, נאר ליבערשט אויסגיין פא הונגער."
אידישקייט אין די שטאט 'באמבעי' אין אינדיע
"אין די שטאט באמבעיי, וועלכע געפינט זיך אויך אין אינדיע, איז פארהאן א אידישער געמיינדע, פון פינף טויזענט' אינדיאנער אידן, וועלכע שטאמען ארגינעל פון אינדיע, נאך פון די צייטן ווען זיי זענען אהין פארטריבן געווארן, ביים גלות חורבן בית המקדש השני, די קהלה איז זייער פאר'ארימיט, דער הויפט דאקטאר פון די קהלה האט מיר פארציילט, אז ער באקומט צווי הונדערט דולר א מאנאט, "
"פון די גאנצע פינף טויזענט אידן, זענען אפשר פארהאן דריי מנינים פרומע אידן, וועלכע זענען פולקאמע שומרי תורה ומצוות, אבער אויך די וועלכע זענען נישט אזוי פרום, , ווייל וואס זיי ווייסן יא, היטן זיי אפ מיט גרויס כבוד, צב"ש, איינמאל האב איך מיטגעהאלטן א חופה אין די שטאט באמבעיי, ווי א גרויסער עולם, איז זיך צוזאמגעקומען אין שוהל, עטליכע הונדערט אידן, און דער גאנצער עולם איז געזעצן עטליכע שעה, און געזאגט פזמונים און מזמורים ... , צווישן אנדערע האבן זיי
אויסגעזאגט גאנץ שיר השירים .
"אידישקייט אין שטאט 'קאלקוטאה' אין אינדיע
"אין די שטאט 'קאלקוטאה', וועלכע געפינט זיך אויך אין אינדיע, איז פארהאן א קהלה מיט זעכציג' אידישע משפחות, זיי שטאמען ארגינעל פון איראק, ווען, פאר צוויי הונדערט יאהר צוריק, זענען עטליכע הונדערט איראק'ישע אידן, ארויס געקומען קיין אינדיע פאר ביזנעס צוועקן, און זיי
האבן זיך באזעצט אין די שטאט קאלקוטאה."
"אין דעם יאהר תשנ"ז, בין איך געפארן פון נוי דעלהי קיין קאלקוטאה, דורך א רייזע מיט א טרעין, וועלכע האט געדויערט זיבעצן שעה,
(
כאטש וואס מיט א פליגער געדוירט די רייזע קנאפע צוויי שעה, אבער קיין איבריגער דאלאר האב איך נישט פארמאגט, בין איך גפארן מיט די טרעין), עס איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן, זייער מהודרידיגע מקוה, וועלכע זיי האבן געבויעט פון א קוואל, דארט איז אויך פארהאן צוויי אוך אלטע שוהלן, וועלכע זענען זייער פראכטפול און שיין געבויעט, דער ארון הקודש אין איינ'ס פון די שוהלן, איז אזוי גרויס ווי דריי צימערן, אין וועלכע עס זענען אויסגעלייגט איבער פערציגי ספרי תורה, אלטע ספרדישע און תימניער ספרי תורה, וועלכע ליגן א ן שיידעלעך, ווען איך האב בודק געווען די אלע ספרי תורה, האב איך נאר געפינען איין כשר'ע  פון צווישן די אלע פערציג."
"די אידן דארט אין קאלקוטאה, וייסן נעבעך כמעט גארנישט פון אידישקייט, צב"ש שבת קודש, קומט דער ראש הקהל אין שוהל מיט זיין קאר, וועלכער ווערט געפירט דורך א גוי ... , די אנדערע אידן קומען צו פיס ווייל זיי פארמאגן נישט קיין קאר ... , רוב ווייסן ניטאמאל וויאזוי און וואס מען דארף צו דאווענען, אבער אלע קומען צוויי מאל א טאג אין ביהמ"ד צום אווענען, און נאך יעדע תפלה שטעלט זיך די גאנצע קהלה אויס אין א רייע, ווי מען גייט דורך צו גיבן א קוש פאר אלע ספרי תורה."
איז פארהאן אנטיסעמיטיזים אין אינדיע ?
"ניין! די אינדיאנער גוים רעספעקטירן זייער שטארק א איד, און זיי שעצן דעם אידישן פאלק, עס איז נישט פארהאן קיין טראפ אנטיסעמיטיזים אין אינדיע, און, אפילו אין די מוסעלמענישע
קווארטאלן, לעבן די אידן זייער אין גוטן מיט די מוסלמענער."
"ווען איך האב אריינגעטראכט דערין, האב איך געזעהן, אז, עס שטייט אין די תורה (בראשית כה ו) אז אברהט אבינו האט געגעבן מתנות פאר די בני קטורה, זאגן די חז"ל (סנהדרין צא.), אז ער האט זיי געגעבן כחות הטומאה פון כישוף און מעשי שדים, און דער פסוק זאגט ווייטער, אז אברהט אבינו האט זיי פארשיקט צו ארץ קדם און ער האט זיי באשוואוירן זיי זאלן נישט נשתעבד זיין בבניו, און עס איז מיר כמעט זיכער, אז די אינדיאנער זענען די בני קטורה, ווייל אין די גאנצע וועלט איז נישט פארהאן א ארט, ווי עס איז נישט פארהאן קיין שנאת ישראל, און נאכמער, עס איז קיינמאל נישט געווען קיין .פראגראמען אויף אידן, אין אינדיעיס היסטאריע, ווען אידן וואוינען שוין דארט טויזונטער יאהרן."
"ווען איך בין געווען אין די שטאט 'בומבי בין איך געגאנגען פרייטאג מיטאג אין מקוה, דער אידישער בית המדרש געפינט זיך אינמיטן א מוסעלמענער גאס, און ווען מיר זענען אדורך, האבן זיי געזינגען מיט כבוד ייהודי' 'יהודי' ... , און זיי האבן אונז שטארק רעספעקטירט און ארויף געקוקט. אין די שטאט 'קאלקוטאה' זענען פארהאן צוויי מוסלמענער גויט, וועלכע גיבן זיך אפ מיט דעט ביהמ"ד אין די שטאט, און זיי האלטן דאס זייער בכבודייג."
צום שלוס
דא אפעלירט רבי נחמן שליט"א, צו די חשובע ליינער שיחיי, אז היות ער האט זיך
אנגעזאמעלט קרוב צו דרייסיג טויזענט דאלאר חובות, און ער האט נישט פון ווי צו דעקן רעט
בודשעט, עס איז א בית המדרש אנע קהלה, אלעס באשטייט נאר פון ארימע טוריסטן, און עס קאסט אויפצוהאלטן דאס ביהמ"ד, מיט די כשרות, און די מקוה, גאנצע ניין הונדערט דאלאר א חודש, און כאטש דאס איז נישט קיין סאן, דאך איז זייער שווער ארום צו פארן קלייבן נדבות, דעריבער אפעלירט ער, אז ווער עס וויל האבן א חלק אין די גרויסע מצוה, זאל אריינשיקן א נדבה.
רבי נחמן שליט"א פארמאגט שטיצע בריוון, פון די פראמינענטסטע רבניט און אדמורי"ם איבער די וועלט, לויט ווי רבי נחמן שליט"א דערציילט, איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א איט זייער מחזק, סיי וואס ער שטיצט איט מיט געלט, און סיי וואס ער איז איט שטענדיג מחזק אויפצוהאלטן ווייטער דעט ארט, האלטנדיג אז דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה, און שטענדיג ווען רבי נחמן גייט אריין צום פשעווארסקער רבי שליט"א, אינטערעסירט ער זיך אין אלע אוונצעלהייטן פון די קהלה, מיט גרויס אינטערעסע.
אויך דער סקווערער רבי שליט"א האט איט שטארק געבעטן, אז ער זאל מיט אלע מעגליכקייט, ווייטער אויפהאלטן דעם ארט, און אז דאס איז גאר א וויכטיגער צוועק, דעריבער בעט רבי נחמן שליט"א, אז מען זאל קודט כל באצאלן די אלטע חובות, און אזוי וועט מען קענען אנגיין ווייטער מיט די הייליגע ארבייט.
 
 תצלום הכתבה: